TfL באן

פארשטאטישע באן רוטע אין לאנדאן

TfL באן איז די צייטווייליגע קאנצעסיע פון צוויי  באזונדערע אייזנבאן ליניעס אין און ארום לאנדאן וואס וועלן ווערן  א טייל פון דער קרייצבאן באדינונג וואס וועט אנהייבן עפענען ביסלעכווייז פון דעצעמבער 2018 ביז דעצעמבער 2019. אין דעצעמבער 2018 וועט מען אויפהערן צו ניצן דעם TfL באן נאמען און די נייע באדינונגען וועט מען רופן די עליזאבעט ליניע.[1][2][3]

מען האט אריינגעפירט TfL באן אין מיי 2015 ווען  זי האט איבערגענומען פון  Abellio Greater Anglia אפערירן די  "מעטרא" באדינונג צווישן ליווערפול סטריט אין צענטראל-לאנדאן און שענפילד אין עסעקס. יענער צווייג באשטייט פון די ערשטע 14 סטאנציעס אויף דער גרויס־איסטערן הויפט־ליניע.

אום 20סטן מיי 2018 האט TfL באן אויך איבערגענומען אפערירן די היטרוי קאנעקט באדינונג  צווישן פאדינגטאן אין צענטראל־לאנדאן און  היטרוי פליפעלד צו מערב (מיט דער סוף־סטאנציע היטרוי טערמינאל 4 סטאנציע). די רוטע האט ניין סטאנציעס.

צווישן מיי 2016 און מיי 2017, האט TfL באן געפירט מער ווי 47 מיליאן פאסאזשירן אויפן שענפילד צווייג.[4]

היסטאריע

רוטע

דער מזרחדיגער (שענפילד) צווייג פון TfL באן גייט איבער די עקזיסטירנדע 32.5 ק״מ פון שינעס אויף דער גרויס־איסטערן הויפט־ליניע צווישן ליווערפול סטריט און שענפילד.די צוקונפטדיגע קרייצבאן רוטע וועט ווייטער ניצן די זעלבע שינעס (אחוץ דעם טייל צווישן ליווערפול סטריט און סטראטפארד), וואו באנען וועלן ניצן די נייע אונטערעדישע טונעלן צו פארבינדן מיט דעם צענטראלן אפטייל פון דער רוטע.

סטאנציעס באדינעט אדער פארוואלטעט דורך TfL באן:[5]

סטאנציעזאנעלאקאלער אויטאריטעטאיבערבייטפארוואלטעט דורךבאדינט דורך TfL באן
אילפארד4רעדברידזשTfL באןיא
אייווער-דרום באקס TfL באןניין
אקטאן הויפט ליניע3אילינגTfL באןיא
בערנהאם-סלא TfL באןניין
ברענטוואוד9ברענטוואודTfL באןיא
גידעא פארק6העווערינגTfL באןיא
גודמייז4רעדברידזשTfL באןיא
האנוועל4אילינגTfL באןיא
האראלד וואוד6העווערינגTfL באןיא
הייז און הארלינגטאן5הילינגדאן TfL באןיא
היטרוי צענטראל
(פאר T2&3)
6הילינגדאןHXהיטרוי עקספרעסיא
היטרוי טערמינאל 46הילינגדאןהיטרוי עקספרעסיא
טאפלא-דרום באַקס TfL באןניין
טשאדוועל היט5רעדברידזשTfL באןיא
ליווערפול סטריט1סיטי פון לאנדאן נעצווערק באןיא
לענגלי-סלא TfL באןניין
מאנאר פארק3/4ניוהםTfL באןיא
מערב אילינג3אילינג TfL באןיא
מערילאנד3ניוהאםTfL באןיא
סעוון קינגס4רעדברידזשTfL באןיא
סאדאל4אילינג TfL באןיא
סטראטפארד2/3ניוהאם TfL באןיא
עבי וואוד4קעניגלעכע גריניטש TfL באןניין
פאדינגטאן1סיטי פון וועסטמינסטער HXנעצווערק באןיא
פארעסט גייט3ניוהאםTfL באןיא
ראמפארד6העווערינג TfL באןיא
שענפילדCברענטוואוד גרויס־אנגליאיא

רעפערענצן