מאקאראוו (הויף)

מאקארעוו אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע) איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבי'ס פון דער מאקארעווער דינאסטיע וואס ציט זיך פון רבי מנחם נחום טווערסקי, וואס איז אן אפצווייג פון טשערנאבל.

געשיכטע

דער גרינדער פונעם מאקאראווער חסידות איז געווען רבי מנחם נחום טווערסקי, דער פערטער זון פון רבי מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבלער מגיד. נאך זיין פטירה אין תרי"א, איז זיין נאכפאלגער אין מאקאראוו געווען זיין זון רבי יעקב יצחק, וואס האט אנגעהויבן צו פירן נאך זיין פאטערס פטירה. נאך תרל"ה איז ער געווען דער עלצטער אייניקל פונעם טשערנאבלער מגיד און ער האט געצויגן טויזנטער חסידים פון גאנץ וואהלין.

רבי'ס פון דער מאקאראווער דינאסטיע

  • רבי מנחם נחום טווערסקי (תקס"ה - ז' תשרי תרכ"א), רבי אין מאקארעוו.
    • רבי יעקב יצחק טווערסקי (נפ' ל' ניסן תרנ"ב), רבי אין מאקאראוו.
      • רבי משה מרדכי טווערסקי (תר"ג - כ' טבת תר"ף), רבי אין מאקארעוו, קאדניע און בארדיטשוב.
        • רבי צבי אריה טווערסקי פון בארדיטשאוו.
        • רבי שמואל אבא טווערסקי (תרל"ב - י"ד סיון תש"ז), מאקארעווער רבי אין וויניפעג, קאנאדע
      • רבי דוד טווערסקי (נפ' כ"ד מרחשון תרס"ג), רבי אין מאקארעוו.
        • רבי מנחם נחום טווערסקי פון מאקארעוו
        • רבי ניסן לייב טווערסקי, רבי אין קעלץ
      • רבי ישעיהו טווערסקי (נפ' כ"ב מרחשון תר"ף), רבי אין מאקארעוו און קיעוו.
        • רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי, רבי אין קיעוו
        • רבי יעקב יצחק טווערסקי (ב' אב תרנ"ו - ב' סיון תש"ה) פון מאקארעוו און שיקאגא
    • רבי חיים מרדכי מרגליות פון דוביסאר, איידעם פון רבי נחום מאקארעווער

דער מאקארעווער בוים

רבי מנחם נחום טווערסקי (תקס"ה - ז' תשרי תרכ"א), רבי אין מאקאראוו—איידעם‏[1] ביי רבי יוסף טורטשינער, זון פונעם חוזה פון לובלין.

  • רבי יעקב יצחק טווערסקי (נפ' ל' ניסן תרנ"ב), רבי אין מאקאראוו—איידעם‏[2] פון רבי שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא. טייל פון זיינע חסידים זענען ארויף אין ארץ ישראל און האבן געעפנט א טשערנאבלער קלויז אין צפת, וואס פועלט נאך היינט.
    • רבי משה מרדכי טווערסקי (תר"ג - כ' טבת תר"ף), רבי אין מאקאראוו, קאדניע און בארדיטשוב—איידעם‏[3] ביי רבי יהושע רוקח פון בעלזא
      • רבי צבי אריה טווערסקי פון בארדיטשאוו (נפ' כ"א אייר תרצ"ח).‏[4]
        • די ווייב פון רבי דוד שלמה הכהן נאוויסעלער (תרנ"ב - ט' אייר תשכ"ו), מאקארעווער רבי אין פילאדעלפיע
      • רבי שמואל אבא טווערסקי פון וויניפעג—איידעם ביי זיין פעטער רבי דוד פון מאקאראוו.
      • מרת הינדא מאטיל, די ווייב פון רבי שמואל אברהם אבא האגער פון האראדענקע.
      • מרת מלכה, די ווייב פון רבי זושא פון ארעל, און בזיווג שני די ווייב פון ר' סענדער גינזבורג פון דווינסק
      • מרת פייגא, די ווייב פון רבי נחום אהרן רוקח פון מאגראוו
      • מרת חנה רחל, שנור ביי ר' אבאלע אינגבער פון ריישע
      • מרת צפורה, שנור ביי דעם גביר זילביגער פון ציעשינאוו
    • רבי דוד טווערסקי (נפ' כ"ד מרחשון תרס"ג), רבי אין מאקאראוו—האט חתונה געהאט מיט מרת פייגא טווערסקי, טאכטער פונעם טריסקער מגיד.
      • רבי מנחם נחום טווערסקי (תרל"ב - ט"ז אייר תרפ"ו) פון מאקאראוו-זוועהיל—איידעם ביי רבי אפרים זלמן פון מאציעוו, נפטר געווארן אין אמעריקע
      • רבי ניסן לייב טווערסקי (נפ' תש"א), רב אין פאקשיווניץ און קעלץ, ממלא מקום פון זיין פעטער רבי מאטעלע פון קאזמיר.
      • מרת ריקל (תרל"ד - ט"ו שבט תר"ץ), די ווייב פון איר שוועסטער־קינד רבי שמואל אבא טווערסקי פון וויניפעג.
      • מרת רייזל, די ווייב פון רבי יהודה אריה פערלאוו פון וולאדאווע (א זון פון רבי יעקב פערלאוו פון נאוואמינסק).
      • מרת שרה, ווייב פון ר' אברהם יעקב פאניץ
      • מרת ציפא, ווייב פון ר' חיים גרשון מאנאסזאן
    • רבי ישעיהו טווערסקי (נפ' כ"ב מרחשון תר"ף), רבי אין מאקאראוו און קיעוו—ער האט געהייראט מרת חיה שרה (נפ' ל' שבט תר"ף) א טאכטער פון רבי חיים מנחם העשל פון זשינקאוו.
    • מרת חיה, די ווייב פון רבי ישראל צבי (א ברודער פון רבי אהרן פון קוידאנאוו), און בזיווג שני די ווייב פון רבי ברוך מאיר פון אזארניץ, און בזיווג שלישי די ווייב פון רבי יוסף ראבינאוויטש פון באפאלא, און בזיווג רביעי די ווייב פון רבי צבי פון אוליאנאוו. זי איז געהרגעט געווארן אין מאקאראוו אין אלול תרע"ט.
  • מרת חיה, די ווייב פון רבי אשר פערלאוו פון קארלין סטאלין. זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר טאכטער:
    • מרת חנה, די ווייב פון רבי מרדכי טווערסקי (ת"ר - ח' תמוז ה'תרע"ג) פון קאזמיר.
  • מרת שיינא צביה, די צווייטע ווייב פון רבי אשר פון קארלין סטאלין
  • מרת אדל, די ווייב פון רבי חיים מרדכי מרגליות פון דוביסאר, א זון פון רבי מנחם נחום מרגליות, רב אין מאציעוו (אן אייניקל פון רבי חיים מרגליות, מחבר פון "שערי תשובה")

רעפערענצן


🔥 Top keywords: הויפט זייטבי בי סי12טן סעפטעמבעראייוועלטגאנגעסצווייטע וועלט-מלחמהJDNבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגוויקיפעדיעפאשיזםלאטייןיד לשריוןאידישע נייעס10טן דעצעמבערמינעסאטעװיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי13טן פעברוארהילף:אינהאלטחדשות אנשװיקיפּעדיע:וועגןיואל לאנדאהמחדשהתקווהװיקיפּעדיע:פארלאמענטישראלאלעזר מנחם מן שךיידישװיקיפּעדיע:אריינפירדאלארװיקיפּעדיע:אינהאלטװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזדזשעזכינעװיקיפּעדיע:קאווע שטיבל2023 ישראל–כאמאס קריגװיקיפּעדיע:ברוכים הבאיםסאטמאר מחלוקתאלטע פייגא טייטלבוים