דורכגאס

א דורכגאָס איז א שמאלער נאטירלעכער וואסער קאנאל וואס באהעפט צוויי גרעסערע קערפער פון וואסער, און ליגט צווישן צוויי יבשות.

געמעל פון א דורכגאס

לויטן אינטערנאציאנאלן געזעץ,[1] האבן די שיפן פון אלע פעלקער די רעכט אדורכצופארן א דורכגאס.

באוואוסטע דורכגאסן

צווישן קאנטינענטן

  • מאגעלאן דורכגאס, צווישן דרום אמעריקע און דעם לאנד פון פייער, וואס באהעפט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן פאציפֿישן אקעאן.
  • מאלאקע דורכגאסן, צווישן דעם מאלאישער האלבאינזל און דעם אינזל סומאטרע אין אינדאנעזיע, וואס באהעפט דעם אינדיאנער אקעאן מיטן דרום כינעזער ים.
  • הארמוז דורכגאס, צווישןאיראן און דער עקסקלאווע צפון אמאן, וואס באהעפט דעם אמאן איינגאס מיטן פערזישן איינגאס.
  • טיראן דורכגאס, צווישן סאודי אראביע און דעם סיני האלבאינזל, וואס באהעפט דעם ים סוף מיטן אילת איינגאס.


רעפערענצן