דוב בעריש וויידנפעלד

הרב דוב בעריש וויידנפֿעלד (הרימלאוו, ה' שבט ה'תרמ"א - ירושלים, י' חשוון ה'תשכ"ו), באוואוסט אלס דער טשעבינער גאון, רב און ראש ישיבה, וועלט'ס פוסק הלכה, און פון די פירערס פון חרדישע יידנטום אין ארץ ישראל.

דוב בעריש וויידנפעלד
געבורט5 יאנואר 1881
ה' שבט ה'תרמ"א רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט5 נאוועמבער 1965 (אלט 84)
י' חשוון ה'תשכ"ו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארטהר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינהישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

דוב בעריש איז געבוירן ה' שבט תרמ"א אין הרימלאוו, גאליציע צו זיין פאטער הרב יעקעלע וויידנפעלד, א הוסיאטינער חסיד, אב"ד הרימלאוו און מחבר פון שו"ת כוכב מיעקב. צוויי וואכן נאך זיין בר מצוה איז ער פאר'יתומט פון זיין פאטער.

אין תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט יאכעט, טאכטער פון ישראל יוסף קלוגער פון טשעבין.[1]

אין דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די רוסן אים געשיקט אין אן ארבעטס-לאגער אין סווערדלאווסק, סיביר.

נאכן קריג אין תש"ז איז ער געקומען וואוינען אין ירושלים וואו מען האט אים אנערקענט אלס איינער פון די גדולי הדור. קורץ נאכהער איז זיין ווייב נפטר געווארן, און ער האט געהייראט רייזל ליבערמאן. נאך איר פטירה האט ער געהייראט בזיווג שלישי שרל, די אלמנה פון הרב יוסף בערנפעלד, וואס זי איז געווען אן אייניקל פונעם חתם סופר. איר אייניקל האט חתונה געהאט מיט רבי אברהם גענאכאווסקי.

ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. ער האט אויפגעשטעלט די "כוכב מיעקב" ישיבה אויף זיין פאטערס נאמען אין ירושלים (צום ערשט אין חרל"פ גאס, שערי חסד, און שפעטער אין א נייעם בנין אין חנה גאס, לעבן שיכון חב"ד).

זיינע תשובות זענען געדרוקט מיטן נאמען "דובב מישרים".

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטבי בי סי12טן סעפטעמבעראייוועלטגאנגעסצווייטע וועלט-מלחמהJDNבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגוויקיפעדיעפאשיזםלאטייןיד לשריוןאידישע נייעס10טן דעצעמבערמינעסאטעװיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי13טן פעברוארהילף:אינהאלטחדשות אנשװיקיפּעדיע:וועגןיואל לאנדאהמחדשהתקווהװיקיפּעדיע:פארלאמענטישראלאלעזר מנחם מן שךיידישװיקיפּעדיע:אריינפירדאלארװיקיפּעדיע:אינהאלטװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזדזשעזכינעװיקיפּעדיע:קאווע שטיבל2023 ישראל–כאמאס קריגװיקיפּעדיע:ברוכים הבאיםסאטמאר מחלוקתאלטע פייגא טייטלבוים