דאמבא (פילם)

דאַמבאָ
Dumbo
באזירט אויף"דאַמבאָ דער פֿליענדיקער העלפֿאַנד" פֿון העלען אייבערסאָן
רעזשיסארבען שאַרפּסטען
פראדוצירערוואָלט דיזני
דערציילערדזשאָן מאַקלייש
שטימע אקטיארןעדוואַרד בראָפֿי
הערמאַן בינג
מאַרגאַרעט רייט
סטערלינג האָלאָוויי
קליף עדוואַרדס
מוזיקפֿרענק טשערטשיל
אָליווער וואָלאַס
סטודיאוואָלט דיזני פּראָדוקציעס
פארשפרייטערRKO ראַדיאָ פֿילמען
פארשפרייט23סטן אָקטאָבער 1941
לענג64 מינוטן
לאנדפאראייניקטע שטאטן
שפראךענגליש
בודזשעט$813,000
הכנסות$1.6,000,000

דאַמבאָ (ענגליש: Dumbo) איז אן אנימירטער פילם פֿון 1941 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווען צום ערשטן מאל דעם 23סטן אקטאבער 1941 דורך RKO ראדיא פילמען. "דאַמבאָ" איז באזירט אויף א קינדער בוך מיטן זעלבן נאמען פֿון העלען אייבערסאָן מיט אילוסטראציעס פֿון האַראָלד פּערל, און איז דער פֿערטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג. דער הויפט כאראקטער איז דזשאַמבאָ דזשוניאָר, א יונגן העלפֿאַנד וואס איז צונעמענישט "דאַמבאָ". ער ווערט געחוזקט פאר זיינע גרויסע אויערן נאר פארמאגט די טאלאנט צו ניצן זיי אלס פליגלען צו פליען.

א לייוו אקציע און קאמפיוטער אנימאציע ווערסיע איז באפרייט געווארן אין 2019, רעזשיסירט דורך טים בערטאן.

שטימע אקטיארן

  • עדוואַרד בראָפֿי אַלס טימאָטי קיו. מויז
  • הערמאַן בינג אַלס דער צירקוס-מייסטער
  • מאַרגאַרעט רייט אַלס קייסי דזשוניאָר
  • סטערלינג האָלאָוויי אַלס מ"ר באָטשאַן
  • קליף עדוואַרדס אַלס דזשים וואָראָן
  • ווערנאַ פֿעלטאָן אַלס פּאַניע דזשאַמבאָ
  • בי בענאַדערעט אַלס גידי און פֿריסי
  • זשאַן וואַנדער פּיל אַלס קעטי
  • דזשאָן מאַקליש אַלס דער דערציילער

די אקטיארן זענען נישט קרעדיטירט געווען אינעם אנהייב פונעם פילם