ברעסלוי

אַ שטאָט אין שלעזיִע, פּױלן

ברעסלױ (פּויליש: Wrocław; דײַטש: Breslau; טשעכיש: Vratislav; אונגאַריש: Boroszló; איטאליעניש: Breslavia; לאטייניש: Vratislavia; לעטיש: Vroclava; ליטוויש: Vroclavas; סלאוואקיש: Vroclav) איז אַ שטאָט אין שלעזיִע, פּױלן.

ברעסלוי: א בילד פונעם 17טן יארהונדערט

עקאנאמיע

הימל טורעם איז די העכסטע געביידע אין פוילן, און האט פלאץ פאר ביוראס, האנדל און וואוינונגען

ברעסלוי איז די צווייט רייכסטע שטאָט אין פוילן נאך ווארשע.[1] עס ווערט גערעכענט אז 401 מיליאנערן וואוינען אין ברעסלוי, ד״ה פערזאנען וואס זייער יערליכע איינקומפט גייט אריבער 1 מיליאן PLN (אין יאר 2014). ברעסלוי און דער געגנט פון אונטער-שלעזיע זענען נאנט צו די גרענעצן מיט דייטשלאנד און טשעכיי, און דערפאר איז א גרויסער שותף פאר אימפארט און עקספארט מיט די לענדער.

ברעסלוי'ס אינדוסטריע פֿאבריצירט בוסן, אייזנבאן וואַגאָנען, היים אפאראטן, כעמיקאַלן און עלעקטראָניק. די שטאט האט פאבריקן און אנטוויקלונג צענטערן פון פיל אויסלענדישע און אינלענדישע קארפאראציעס, ווי למשל WAGO קאטאקט-טעכניק, זימענס, באש, נאקיע נעצווערק, וואלווא, HP, IBM, גוגל, אפערע ווייכווארג, באמבארדיער טראנספארטאציע און נאך.

רעפערענצן

🔥 Top keywords: הויפט זייטבי בי סי12טן סעפטעמבעראייוועלטגאנגעסצווייטע וועלט-מלחמהJDNבאַזונדער:זוכןװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגוויקיפעדיעפאשיזםלאטייןיד לשריוןאידישע נייעס10טן דעצעמבערמינעסאטעװיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי13טן פעברוארהילף:אינהאלטחדשות אנשװיקיפּעדיע:וועגןיואל לאנדאהמחדשהתקווהװיקיפּעדיע:פארלאמענטישראלאלעזר מנחם מן שךיידישװיקיפּעדיע:אריינפירדאלארװיקיפּעדיע:אינהאלטװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזדזשעזכינעװיקיפּעדיע:קאווע שטיבל2023 ישראל–כאמאס קריגװיקיפּעדיע:ברוכים הבאיםסאטמאר מחלוקתאלטע פייגא טייטלבוים