אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט

די אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Podkarpackie פאדקאַרפאַצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום־מזרח פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ריישער, פשעמישלער, קראסנער און (טייל פון) טארנער און טארנאבזשעגער וואיעוואדעשאפטטן.

דער נאמען פון דעם פראווינץ שטאמט פון דער נאנטקייט צו די קארפאטן בערג. איר הויפטשטאט איז ריישע.

די פראווינץ האט גרענעצן מיט קליינפוילן צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון־מערב, לובלינער וואיעוואדעשאפט צו צפון, אוקראינע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 17,844 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 2,096,971 (אין 2006). די פראווינץ איז זייער בערגיק, און האט אסאך וועלדער וואס באדעקן 35.9% פונעם גאנצן שטח.

גרעסערע שטעט

שטאטפוילישער נאמעןאיינוואוינער
ריישעRzeszów זשעשוף171.330
פשעמישלPrzemyśl פזשעמישל66.756
ראזוואדאווStalowa Wola סטאַלאוואַ וואלאַ64.753
מעליץMielec מיעלעץ60.979
דזשיקאווTarnobrzeg טאַרנאבדזשעג49.753
קראסנעKrosno קראסנא47.455
דעמביץDębica דעמביצאַ46.693
יעראסלאווJarosław יאַראסלאַוו40.167
סאָניקSanok סאַנאק39.110
יאסלאJasło יאַסלא37.277